ניו יארק – א פרישער באריכט אינעם וואל סטריט דזשורנאל צייגט, אז "עמעזאן" בלאקירט פילע קאסטומערס פון קענען איינקויפן אויפ'ן וועבסייט, און די בלאקאדע באטרעפט ספעציפיש אזעלכע קאסטומערס וועלכע שיקן צוריק צופיל איינגעקויפטע פראדוקטן. קריס מעקעיב, א געוועזענע פאליסי אינפארסירער אינערהאלב עמעזאן, זאגט אז עמעזאן וועט בלאקירן אזעלכע קאסטומערס וואס מאכן צופיל קאפ ווייטאג פאר דער פירמע, דורכ'ן צוריקשיקן נאכאנאנד – אבער עטליכע פון אזעלכע בלאקירטע קאסטומערס וואס האבן גערעדט צום וואל סטריט דזשורנאל זאגן, אז עמעזאן האט אוועקגעשטעלט די "דרייסיג טעג ריטוירנס" פאליסי, און דאס גיט דעם אנזען ווי גלייך עמעזאן קימערט זיך נישט מיט וויפיל מאל מען שיקט צוריק זאכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל