אין בארצאלאנע, די הויפטשטאט פון קאטאלאניע, איז היינט איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעמיער מיניסטער קווים טארע, א פראמינענטער אדוואקאט און אויסגעשפראכענער פארטיידיגער פאר דער זעלבסשטענדיגקייט פון קאטאלאניע און פאר׳ן זיך אפרייסן פון די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד.

דאס טוט פריש אויפפלאקערן דעם לאנג-פארצויגענעם שטרייט צווישן די לאקאלע רעגירונג אין קאטאלאניע און די פעדעראלע שפאנישע רעגירונג אין מאדריד איבער די זעלבסשטענדיגקייט פון קאטאלאניע, ספעציעל זינט דעם רעפערענדום פאריגעס יאר -- וואס איז אנולירט געווארן דורכ'ן העכסטן געריכט -- אין וועלכע א מערהייט קאטאלאניער האבן געשטימט פאר׳ן זיך אפרייסן פון שפאניע.

דער קאנפליקט טוט נישט בלויז צעטיילן שפאניע, נאר אויך אין קאטאלאניע זעלבסט זענען די רעזולטאטן געווען גאר נאנט צווישן די פרא-סעפעראציע פראקציעס און די פרא-שפאניע פראקציעס -- הגם די סעפעראטיסטן האבן געוואונען מיט א שמאלע מערהייט און דער פראמינענטער סעפעראטיסט איז איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעמיער מיניסטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל