ניו יארק סיטי - איינער איז אומגעקומען און א צווייטער איז פארוואונדעט געווארן, ווען א ריזיגע שטיק גלאז איז אראפגעפאלן פון א קאנסטרוקציע פראיעקט אויף איינס פון די העכסטע וואלקנקראצער אין ניו יארק. דער אינצידענט האט פאסירט ביי די 1,550 פוס הויכע וואלקנקראצער אויף די וועסט-57׳סטע סטריט אין מאנהעטן, אבער עס איז נישט קלאר וויאזוי דער שטיק גלאז איז אראפגעפאלן. פאליציי זאגן אז דער אומגעקומענער איז א 67 יעריגער סעקיוריטי וועכטער ביים וואלקנקראצער, און דער פארוואונדעטער איז א 27 יעריגער קאנסטרוקציע ארבעטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל