אינדיאנא – פרעזידענט טראמפ האט שטארק אויסגעלויבט א טיטשער אין אינדיאנא, וועלכער האט אפגעשטעלט א שיסעריי דורך א סטודענט. די שיסעריי האט פאסירט פרייטאג אין א סקול אין נאבעלסוויל, אינדיאנא, וואו דער סטודענט איז ארויס אינמיטן קלאס, און צוריקגעקומען מיט צוויי גאנס, שיסנדיג אויף סטודענטן, פון וועלכע איין קינד איז פארוואונדעט געווארן. דער טיטשער דזשעיסאן סימען איז צוגעלאפן צום שיסער, און ארויסגעשאקלט די גאנס פון זיינע הענט, און אים אראפגעהאלטן ביז די פאליציי זענען אנגעקומען און אים סוקסעספול ארעסטירט. טראמפ זאגט אז דער טיטשער איז אן עכטער העלד, און אז זיין שריט האט געראטעוועט אומצאליגע לעבנס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל