אין א פראטעסט צו די אומרוען וואס האבן זיך אין די פארגאנגענע טעג אפגעשפילט ביי דער גרעניץ פון עזה, האט די טערקישע רעגירונג נעכטן באפוילן דעם מדינת ישראל אמבאסאדאר צו טערקיי אהיימצוגיין.

אמבאסאדאר איתן נאה איז אריבערגערופן געווארן צום טערקישן אויסערן מיניסטעריום, וואו א באאמטער, וועלכער האט נישט געוואלט אנגעבן זיין נאמען, האט אים אנגעוויזן "זיך אומצוקערן צו זיין היימלאנד אויף א געוויסער צייט."

טערקיי האט גלייכצייטיג אויך אהיימגערופן אירע אמבאסאדארס פון די פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל, כדי צו "דיסקוסירן דעם מצב אין עזה."

בילד



מדינת ישראל האט היינט דינסטאג רעאגירט מיט'ן אהיימשיקן דעם טערקישן קאנסיל קיין מדינת ישראל.

דער דיפלאמאטישער געפעכט האט זיך אנטוויקלט נאך אומגעווענליך-ווילדע ראיאטן וואס כאמאס האט פאררופן ביי דער גרעניץ מיט מדינת ישראל, דורכאויס וועלכע צענדליגער טויזנטער אראבער האבן פרובירט שטורמען די גרעניץ-צוים. דורכאויס די ראיאטן האבן כאמאס-מיטגלידערס געעפנט פייער אויף מדינת ישראל טרופן, און פרובירט איינפלאנצן באמבעס.

צענדליגער אראבער זענען אומגעקומען אין די פייער-אויסטוישן און טויזנטער זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די געוואלדטאטן.

דער טערקישער פרעזידענט, טאאיפ ערדואן, האט אראפגעריסן מדינת ישראל פאר'ן באגיין א "מאסן מארד", און דער מדינת ישראל פרעמיער האט רעאגירט מיט'ן אנווייזן אז טערקיי זעלבסט שטיצט אזעלכע טעראר-גרופעס ווי כאמאס און איז אקטיוו אין טעראר אקטיוויטעטן.

"ערדואן איז פון די גרעסטע שטיצערס פון כאמאס, און ער פארשטייט גוט וואס דאס מיינט טעראר און רציחה," האט נתני' געשריבן אין א טוויטער-מעסעדזש, אנווייזנדיג אז דער טערקישער פרעזידענט האט געפירט צום טויט פון אומצאליגע קורדן אין טערקיי און סיריע.

אין דער זעלבער צייט האבן די אויסערן מיניסטעריומס פון בעלגיע, דרום אפריקע, און אירלאנד אריבערגערופן די ארטיגע מדינת ישראל אמבאסאדארן און זיי פארגעהאלטן אויף די געשעענישן אין עזה. אינעם געשפרעך מיט'ן בעלגישן אויסערן מיניסטעריום האט די ארטיגע מדינת ישראל אמבאסאדארשע, סימונה פרענקל, אנגעוויזן אז די אראבישע קרבנות זענען געווען באוואפנטע טעראריסטן, וועלכע זענען דערשאסן געווארן דורכאויס פרואווען דורכצופירן אטאקעס קעגן מדינת ישראל סאלדאטן.

דער אוסטראלישער פרעמיער מיניסטער, פון דער אנדערער זייט, האט אנגעלייגט די גאנצע שולד אויף כאמאס, וועלכע קאנטראלירט עזה און האט פאררופן די ראיאטן און געשיקט אירע מיטגלידערס צו דורכברעכן די גרעניץ און ווארפן באמבעס און שיסן אויף די מדינת ישראל קרעפטן.

אינדערצווישן האט די פאראייניגטע שטאטן אפגעשטעלט א פרואוו פון דעם יו-ען זיכערהייטס קאנסיל צו פארדאמען מדינת ישראל און עפענען אן אויספארשונג קעגן איר בשייכות מיט די עזה-ראיאטן.

"נישט קיין איינציג לאנד אויף דער וועלט וואס וואלט טאלערירט אזעלכע אקטן ביי איר גרעניץ," האט די אמעריקאנער אמבאסאדארשע צו דער יו-ען, פרוי העילי, דערקלערט און אויסגעפירט אז מדינת ישראל רעאגירט מיט א גרעסערער מאס איינגעהאלטנקייט ווי סיי וועלכעס אנדער לאנד. 


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל