דמשק – אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער זאגן, אז עס איז דא אן ערנסטע זארג אז איראנער קרעפטן אין סיריע, וועלן פארכאפן א מיליטערישע באזע וואס אמעריקע פארמאגט אין סיריע. די "על טאנף" באזע איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר 2016, אין די סירישע האמס ראיאן, אלס א באזע וואו צו טרענירן אנטי-אסאד רעבעלן און אנטי-אייסיס קעמפער. יעצט אז איראן האט באוויזן צו באקומען א גאר שטארקע אנוועזנהייט אין סיריע, איז דא א זארג אז די איראנער קרעפטן וועלן איבערפאלן די באזע און עס באווייזן צו פארכאפן. דעריבער זענען דא אזעלכע מיליטערישע באאמטע וואס ווילן אז מ'זאל אויסליידיגן די באזע און טאקע ארויסציען פון סיריע, ווי טראמפ וויל, אבער אנדערע זאגן אז מען זאל דוקא נוצן די באזע אויסצוברייטערן אמעריקע'ס מיסיעס אין סיריע, אז עס זאל אויך ארייננעמען דאס באקעמפן די איראנער קרעפטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל