נאך לאנגע וואכן פון אנגעצויגנקייט אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, האט פרעזידענט טראמפ היינט געמאלדן אז אמעריקע ציט זיך ארויס פון דעם איראנער נוקלעארן אפמאך, זאגנדיג אז דער אפמאך ״איז פארפוילט און אומעפעקטיוו״.

באלד נאכ'ן מעלדן זיין באשלוס האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן א דאקומענט וואס לייגט ארויף גאר שווערע סאנקציעס אויף איראן, ווי אויך אויף לענדער וועלכע העלפן איראן מיט איר נוקלעארער פראגראם.

טראמפ  האט דערביי אונטערגעשטראכן, אז ער זוכט צו ארבייטן אינאיינעם מיט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אויף א פרישן אפמאך, וואס זאל זיין א ״ריכטיגע לעזונג צום איראנער געפאר״, און זאל אויך אדרעסירן די טעראר געפאר פון איראן און איר קאנווענציאנעלע וואפנס פראגראם.

בילד



אונטער דעם אפמאך וואס דער פרעזידענט האט יעצט מבטל געווען, דארף דער אמעריקאנער פרעזידענט יעדע זעקס חדשים באשטעטיגן פאר קאנגרעס אז איראן האלט זיך צו אירע פארפליכטונגען אונטער דעם אפמאך, און די סאנקציעס זאלן אלס רעזולטאט נישט צוריקגעשטעלט ווערן.

דער פרעזידענט האט אין דער פארגאנגענהייט עטליכע מאל צייטווייליג באשטעטיגט דעם אפמאך, אבער אצינד האט ער געדארפט מעלדן זיין ענדגליטיגע באשלוס אויב ער וויל אז אמעריקע זאל פארבלייבן אינעם אפמאך.

אין די לעצטע וואכן איז דער פרעזידענט געקומען אונטער מאסיווע דרוק פון פריינטליכע לענדער אין אייראפע, וועלכע האבן אים געבעטן צו פארבלייבן אינעם אפמאך, אריינגערעכנט פרעזידענט מאקראן פון פראנקרייך און די דייטשע קאנצלערין מערקעל, וועלכע זענען ביידע געקומען אויף א באזוך צום ווייסן הויז צו אפעלירן צום פרעזידענט צו פארבלייבן אינעם אפמאך.

אזוי אויך זענען אין די אדמיניסטראציע געווען מיינונגס פארשידנהייטן דערוועגן, און פארשידענע באאמטע האלטן אז אפילו ס'איז נישט קיין גוטע אפמאך וועט דאס זיך ארויסציען נישט דינען די אמעריקאנער אינטערעסן.

טראמפ האט טיילווייז באזירט זיין באשלוס אויף די לעצטע אויפדעקונג פון מדינת ישראל, וועלכער האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף אינערליכע דאקומענטן וועלכע צייגן אז אין קעגנזאץ צו וואס זי האט כסדר גע'טענה'ט האט איראן יא געפלאנט צו אנטוויקלען א נוקלעארע באמבע.

אין זיין רעדע האט דער פרעזידענט אראפגעריסן דעם איראנער רעזשים, אנווייזנדיג אז ער ברענגט כאאס אינעם מיטל מזרח מיט איר שטיצע פאר טעראר גרופעס ווי כעזבאלא און כאמאס, און געזאגט אז דער אפמאך האט געברענגט איראן צו פארשטארקן אירע טעראר אקטיוויטעטן.

דערמיט האט פרעזידענט טראמפ אפגעווישט אן אפמאך וועלכע ווערט געזען ווי די שפיץ דיפלאמאטישע דערגרייכונג פון דער פריערדיגער אדמיניסטראציע, וועלכן פרעזידענט אבאמא האט געזאגט, ״מיין רעפוטאציע און מיין פלאץ אין היסטאריע איז געוואנדן אויף די סוקסעס פון דעם אפמאך״.

דאס צוריקשטעלן די אמעריקאנער סאנקציעס קעגן דעם ווילן פון פריינטליכע אייראפעאישע לענדער קען שאפן פילע פראבלעמען פאר אמעריקע אויפ׳ן דיפלאמאטישן פראנט לגבי אינפארסירן די סאנקציעס, און שטעלט אמעריקע און אייראפע אין קעגנזייטיגע פאזיציעס ווען עס קומט צו איראן, אבער פרעזידענט טראמפ האט אין זיין רעדע געזאגט אז ער וועט צוזאמארבייטן מיט אייראפע צו איבערקומען די מיינונגס פארשידנהייטן.

דער איראנער אויסערן מיניסטער האט זיך היינט באצויגן צום באשלוס פון פרעזידענט טראמפ זיך צו ארויסציען פונעם אפמאך, זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט דערמיט געמאכט א היסטארישן טעות און אז דאס וועט ברענגען דערצו אז אמעריקע וועט צום סוף דארפן איינגיין אויף אן ערגערן אפמאך.

פרעזידענט רוכאני האט שוין נעכטן אדרעסירט די מעגליכקייט אז טראמפ וועט זיך ארויסציען פונעם אפמאך, זאגנדיג אין א רעדע, ״עס קומט ווארשיינליך א שווערע צייט פאר איראן, און עס וועט נעמען א פאר חדשים זיך צו צוריקשטעלן, אבער מיר וועלן צוריקקומען שטארקער און בעסער ווי פריער,״ און דערביי אונטערגעשטראכן אז ער פלאנט צו פארשטערקן באציאונגען מיט אייראפע.

איראן טוט שוין לאנגע מאנאטן דראען אז דאס זיך ארויסציען וועט האבן באלדיגע קאנסעקווענצן פאר אמעריקע, און דער איראנער פרעזידענט האט מיט עטליכע וואכן צוריק געזאגט אז אמעריקע וועט שפירן די תוצאות אין ״ווייניגער ווי א וואך״.

וואס איז דער איראנער דיל און וואס מיינט דעם פרעזידענט׳ס מעלדונג?

דער איראנער אפמאך וועלכע איז אויסגעארבעט געווארן צווישן איראן און אמעריקע, דייטשלאנד, רוסלאנד, כינע און פראנקרייך, איז אונטערגעשריבן געווארן אין 2015 נאך איבער א יאר פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען.

אונטער דעם אפמאך, האט איראן באוויליגט צו געבן פאר דעם 'אינטערנאציאנאלן נוקלעארן אגענטור' פולע צוטריט צו אירע נוקלעארע איינריכטונגען, מיט 24 שטונדן פון ווידעא אבסערוואציע און למעשה'דיגע אונטערזוכונגען. אין אויסטויש, האבן אמעריקע און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אראפגענומען שווערע סאנקציעס וועלכע זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף איראן.

די גאר שטרענגע סאנקציעס וועלכע זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף איראן, ארגאניזירט דורך דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן, האט פאראייניגט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מיט גאר שווערע סאנקציעס וועלכע האבן פארקריפלט די איראנער עקאנאמיע און איר געצוואונגען צו אונטערשרייבן דעם אפמאך.

אונטער דעם אפמאך איז איראן ערלויבט צו אנגיין מיט א נוקלעארע פראגראם פאר ציווילע צוועקן, און מעג בארייכערן אוראניום און פראדוצירן פלאטאניום אין נידעריגערע קוואנטומס, וועלכע זענען נישט גענוג אויף צו פראדוצירן וואפן.

די קריטיקירער פונעם אפמאך זאגן אבער אז די באגרעניצונגען זענען בלויז אויף 10 ביז 15 יאר און דאן קען איראן גאר שנעל פראדוצירן א נוקלעארע וואפן, און זאגן אויך אז די אונטערזוכונג מאסנאמען וועלכע זענען אריינגעשטעלט געווארן זענען נישט גענוג.

אזוי אויך זאגן די קריטיקירער אז דער אפמאך אדרעסירט נישט די אנדערע פראבלעמען פון די רעזשים, ווי איר שטיצע פאר טעראר און אזוי אויך אירע קאנווענציאנאלע וואפן פראגראמען וועלכע זייען אן אומסטאביליטעט אינעם ראיאן.

טראמפ איז א לאנגיעריגער קעגנער פונעם אפמאך און האט עטליכע מאל דורכאויס זיין קאמפיין עס אנגערופן א ״נאציאנאלע בושה״ און א ״נאציאנאלע קאטאסטראפע״, און פארשפראכן זיך ארויסצוציען דערפון אויב עס ווערט נישט פארבעסערט.

אצינד מיט די מעלדונג פונעם פרעזידענט אז אמעריקע ציט זיך ארויס פונעם אפמאך מיינט דאס באלדיגע סאנקציעס אויף איבער 400 איראנער פירמעס, וואס וועט ברענגען אן ענדע צו די אויפשטייג פון אינוועסטירונגען אין איראן וועלכע האט געהאלפן פאר די איראנער עקאנאמיע.

אבער עס בלייבט איבער צו זען וויאזוי אייראפע וועט רעאגירן צו די אנטוויקלונגען, עס איז מעגליך אז אייראפע וועט דורכפירן געזעצן צו באשיצן אירע פירמעס וועלכע טוען ביזנעס מיט איראן אז זיי זאלן נישט האבן קיין שאדן פון אמעריקאנער סאנקציעס.

רוסלאנד און כינע האבן שוין געמאלדן אז טראץ די באנייטע אמעריקאנער סאנקציעס וועלן זיי אנהאלטן זייערע עקאנאמישע אינוועסטירונגען אין איראן, און מעגליך אפילו עס פארברייטערן כדי צו דעקן פאר די שאדן פון די אמעריקאנער סאנקציעס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל