א פרישער באריכט באשולדיגט אז ראבערט מוללער האט א קאנפליקט אוו אינטערעסט, וואס שטערט אים פון קענען אנפירן מיט דער רוסלאנד אויספארשונג אויף א יושר׳דיגן פארנעם. דער באריכט דערציילט אז ווען מוללער איז געווען עף בי איי דירעקטאר, האט ער אנגעפירט א געהיימע מיסיע צו טרעפן דעם פארשוואונדענעם עף-בי-איי אגענט ראבערט לעווינסאן אין איראן. מוללער האט דעמאלט געארבעט נאענט מיט'ן רוסישן ביליאנער אלעג דעריפאסקא, וועלכער האט אויסגעגעבן מיליאנען דאלארן פון זיין אייגן געלט, צו העלפן אויפזוכן לעווינסאן.

למעשה האט זיך גארנישט אויסגעלאזט דערפון, אבער יעצט איז דעריפאסקא׳ס נאמען אין צענטער פון דער מוללער אויספארשונג, צוליב זיינע ביזנעס דיעלס מיט טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט. עס ווערט באשולדיגט אז מוללער וואלט שוין געקענט ארויסשטעלן קלאגעס קעגן דעריפאסקא, נאר ער טוט עס נישט, ווייל ער איז נאענט באפריינדעט מיט דעריפאסקא, ווען זיי האבן געארבעט צוזאמען אויף די לעווינסאן קעיס.

בילד: שאן העניטי וויל (נאכאמאל) אז מוללער זאל רעזיגנירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל