וואשינגטאן – היינט צוויי אזייגער נאכמיטאג איז דערווארט אז פרעזידענט טראמפ וועט מעלדן זיין ענדגילטיגן באשלוס איבער'ן נוקלעארן דיעל מיט איראן, צי אמעריקע וועט פארבלייבן אנגעשלאסן אינעם דיעל, אדער וועט ער ארויסציען אמעריקע פונעם דיעל, ברענגענדיג א פרעצעדענטלאזן אינטערנאציאנאלן קריזיס.

רוב עקספערטן דערווארטן אז טראמפ וועט מעלדן אז ער ציט זיך ארויס פונעם דיעל, אדער אמווייניגסטנס וועט ער נישט אונטערשרייבן אז איראן האלט זיך צו די טערמינען פונעם דיעל. מען ווארט אבער צו זען, צי ער וועט לאזן אפן דעם טיר אויף צו מאכן בעסער דעם עקזיסטירנדיגן דיעל, אדער וועט ער וועלן א גענצליך נייעם דיעל.

אין בעפארברייטונג צו טראמפ'ס דערווארטעטע מעלדונג, האט איראן געלאזט הערן, אז אפילו אויב אמעריקע ציט זיך ארויס פונעם דיעל, וועט זי מעגליך פארבלייבן אנגעשלאסן דערין, מיט די יו-ען און אנדערע לענדער, אויב די לענדער וועלן קענען פארזיכערן אז איראן'ס אינטערעסן ווערן ווייטער פרעזערווירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל