די שיקזאל פונעם מאלאזיער MH300 איז פאררעכנט געווארן אלס איינס פון די אומגעלייזטע מיסטעריעס אין די וועלט פון אוויאציע, אבער א גרופע אויספארשער און עקספערטן, וועלכע האבן געארבייט פאר צוויי יאר צו לייזן די מיסטעריע, זאגן אז זיי האבן באווייזן אז דער פילאט איז באגאנגען זעלבסמארד און בכוונה אראפגעפירט דעם פליגער מיט אירע 239 פאסאזשירן אין ים אריין.

דער עקספערט וואס האט אנגעפירט מיט וואס איז באצייכנט געווארן אלס די "וועלטס גרעסטע זוכעניש אקציע", האט געזאגט אז זיין שטאב איז ביי די מיינונג אז דער עראפלאן האט נישט געקראכט באלד דעמאלט וועט ער איז פארשוואונדן פונעם ראדאר, נאר האט פארגעזעצט פליען פאר א שטיק צייט.

לויט די עקספערטן, האט דער פילאט גענוצט זיין עקספערטיז צו אויסמיידן פון ווערן אויפגעכאפט דורך סיי וועלכע ראדאר, און ווען די פליגער איז געווען ווייט פון ציוויליזאציע האט ער עס אריינגעקראכט אין אים אריין מיט אלע פאסאזשירן.

דאס ערקלערט פארוואס מען האט עס ביז יעצט נישט געטראפן, ווייל די זוכענישן זענען געווען ארום דעם ראיאן וואו דער סיגנאל צו די ראדארן איז פארלוירן געגאנגען, וויבאלד מ'האט ביז יעצט נישט גענומען אין חשבון די מעגליכקייט אז דער עראפלאן זאל האבן פארגעזעצט מיט דער נסיעה.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל