וואשינגטאן – אוויאציע עקספערטן זאגן אז מען קען זיך גרייטן פאר גאר לאנגע ליניעס אין לופטפעלדער איבער אמעריקע און איבער דער וועלט, און פארשטייט זיך אויך איבערגעפילטע פליגערס, ספעציפיש פאר דאמעסטישע רייזעס, צוליב וואס עס הייבט זיך אט אט אן דער פארנומענער זומער טראוועל סעזאן, און דער היי-יאריגער סעזאן פארשפרעכט צו ברעכן רעקארדס. לויט דער "טריפל עי" טרעוול ארגאניזאציע, ערווארט מען אז 236.1 מיליאן אמעריקאנער וועלן פליען אויף פליגערס צווישן יוני 1 און אוגוסט 31, וואס דאס איז מיט 3.7 פראצענט מער ווי פאראיאר, און איז די סאמע מערסטע טראוולערס אין סיי וועלכן זומער סעזאן אין היסטאריע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל