שוין יאר וואס די געדאנק פון פליענדע קארס צינדט אן די פאנטאזיע פון טעכנאלאגיע ליב-האבער, און איז א זאך וואס ווערט געזען ווי א חלום פאר דער ווייטער צוקונפט, אבער די קאר פירמע ׳אובער׳ האט אנאנסירט אז זי האלט שוין אין די ערנסטע פאזעס פון אהערשטעלן א פליענדע קאר טעקסי סערוויס.

אובער האט פארגעשטעלט איר פלאן פאר פליענדע קאר סערוויס ביי איר יערליכע קאנפערענץ אין לאס אנדזשעלעס און דערביי פארגעשטעלט א פראטא-טיפ פון א קאר וועלכע איז א קאמבינאציע פון א קאר און העליקאפטער.

די העלי-קארס ווערן געטריבן דורך עלעקטראנישע קראפט און פארמאגן ספעציעלע פראפעלערס, וועלכע ערלויבן איר צו לאנדן און זיך הייבן אין פארנומענע געגנטער, און זי פלאנט צו אוועקשטעלן צענדליגער סטאנציעס אין די גרעסערע שטעט, וועלכע זאלן ערלויבן הונדערטער טעגליכע רייזעס פאר א צוגענגליכע פרייז.

זי זאגט אז זי האפט אז די פראגראם וועט אריינגיין אין קראפט אין 2023 און וועט אין אנהויב געפירט ווערן דורך טרענירטע פילאטן, אבער עווענטועל האפט זי אז עס וועט פליען אויטאמאטיש מיט איר פארגעשריטענע אויטאנאמישע דרייווינג טעכנאלאגיע.

די פראגראם, וואס איז צושטאנד געקומען אין צוזאמארבייט מיט נאסא, וועט פליען ביי ארום 1000 פוס אין די הייך און אזוי ארום אויסמיידן די לופט טראפיק וועלכע איז געווענליך פיל העכער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל