קאליפארניע – א פעקל אויפרייס מאטעריאל האט געצילט אן אפיס אין א דרום קאליפארניע מעדיקל געביידע, ברענגענדיג א מאסיווער אויפרייס, וואס האט איבערגעלאזט איין פרוי טויט און דריי אנדערע ערנסט פארוואונדעט. דער אויפרייס האט פאסירט בערך איינס אזייגער נאכמיטאג אין די קאליפארניע שטאט אליסא וויעזשאו (Aliso Viejo), פופציג מייל פון לאס אנדזשעלעס, און דער אויפרייס איז געווען אזוי מאכטפול, אז ס'האט אראפגעריסן די דרויסנדיגע ווענט פון דער געביידע, און האט אויסגעשאסן א גרויסע פראצענט פון די פענסטערס פון דער געביידע, וועלכע פארמאגט פארשידענע מעדיקל אפיסעס. טעראר איז אויסגעשלאסן געווארן אלס מאטיוו, און עס ווערט באטראכט אלס א געצילטער אויפרייס קעגן ספעציפישע אינדיווידועלן, און די פאליציי ארבעטן צו דערגיין מער דעטאלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל