די אינטערנאציאנאלע געמיינדע האט אפלאדירט און באגריסט די מעלדונג פון דעם רעזשים און צפון קארעא, אז זי וועט פערמאנענט אפשליסן די באזע וועלכע איז גענוצט געווארן פאר נוקלעארע פראבעס -- א שריט וועלכע זי נעמט צו צייגן גרייטקייט צו זיך גענצליך אנטוואפענען פון נוקלעארן געווער.

דער רעזשים האט געמאלדן דעם שבת אז ער וועט אפשליסן דעם פלאץ דעם קומענדיגן מאי 25 און אז דאס אפשליסונג וועט זיין אפן פאר די וועלטס פרעסע צו מיטהאלטן.

דאס אפשליסן רעכנט אריין צושטערן די אונטערערדישע איינריכטונגען מיט קאנטראלירטע אויפרייסן, און דער רעזשים וועט דערביי איבערדעקן די אריינגענג מיט צעמענט און פארמאכן דאס פלאץ.

פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט צו די מעלדונג מיט ענטוזיאזם, שרייבנדיג אויף טוויטער ״א גרויסן דאנק. א גאר קלוגע און נאבעלע שריט." גלייכצייטיג האט דער סעקערטערי אף סטעיט פאמפעאו געזאגט, אז אמעריקע וועט העלפן צפון קארעא צו אויפבויען איר עקאנאמיע אין אויסטויש פאר נוקלעארע אנטוואפענונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל