זשערי שאנג לי, א 53 יעריגער געוועזענער סי-איי-עי אגענט, איז היינט געפונען געווארן שולדיג דורך א גרענד דזשורי אין א ווירזשיניע געריכט אויף שפיאנזש קלאגעס, און שטייט מעגליך אויס א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין פאר פארראט.

לי איז ארעסטירט אין 2012, נאכדעם וואס סי-איי-עי אגענטן האבן דורכגעפירט אן אבלאווע אין זיין האטעל צימער און געפונען א הויפן פון דאקומענטן וועלכע האבן אנטהאלטן נעמען און דעטאלן פון אמעריקאנער שפיאנען אין כינע, און ער האט ווי עס שיינט זיך געגרייט דאס צו איבערגעבן פאר די כינעזער רעגירונג.

לי האט געארבייט פאר די סיי-איי-עי צווישן 1994 און 2003 און געהאט צוטריט צו סענסיטיווע אינפארמאציע, און אין 2010 ווען ער האט זיך אויגפעהאלטן אין האנג-קאנג איז ער געקומען אין פארבינדונג מיט כינעזער שפיאנען און איינגעגאנגען זיי צוצושטעלן אינפארמאציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל