דער בריטישער אויסערן מיניסטער, באריס זשאנסאן, האט היינט געזאגט אז ער וועט אפהאלטן א סאמיט מיט די אויסערן מיניסטארן פון פראנקרייך און דייטשלאנד, צו דיסוקטירן א וועג וויאזוי אייראפע קען איינשטעלן געזעצן וועלכע זאלן באשיצן אירע פירמעס וועלכע טוען ביזנעס מיט איראן, אז זיי זאלן נישט אפעקטירט ווערן פון די באנייטע אמעריקאנער סאנקציעס.

דער סאמיט וועט אפגעהאלטן ווערן מארגן אין בריסל, און זשאנסאן האט געזאגט אז די דריי לענדער וועלכע זענען אונטערגעשריבן אויפ׳ן אפמאך זענען אנטשלאסן צו אנהאלטן דעם אפמאך, טראצדעם וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן דערפון, און זיי וועלן באטראכטן לעגאלע מיטלען וויאזוי צו פארזיכערן אז זייערע לענדער זאלן קענען אנהאלטן עקאנאמישע באציאונגען מיט איראן, אן באטראפן ווערן עפעקטירט פון פרישע אמעריקאנער סאנקציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל