וואשינגטאן – נעכטן איז געלעזט געווארן די אינטערעסאנטע מיסטעריע, איבער וואס עס האט פאסירט צום סימבאלישן בוים וואס פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך געפלאנצט אינאיינעם מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון אינעם ווייסן הויז גארטן, און איז מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן אין די טעג נאך מאקרון'ס באזוך, וואס האט געברענגט וואונדער און פראגעס, וואס דאס ווייסע הויז האט דערווייל נישט אדרעסירט. א ווארטזאגער פאר'ן פראנצויזישן פרעזידענט האט אבער געזאגט, אז דער בוים איז געפירט געווארן פאר רוטינע אונטערזוכונג, וואס יעדע פלאנצונג פון אויסלאנד דארף דורכגיין, זיכער צו מאכן אז ס'ווערן נישט אריינגעברענגט קיין פאראזיטן פון א צווייטן לאנד. "עס איז אייגנטליך געווען זייער א שיינע זאך, וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ערלויבט קודם איינצופלאנצן דעם בוים צייטווייליג" – האט פראנקרייך'ס פרעזידענט'ס ווארטזאגער געזאגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל