פוילן – פלענער אוועקצונעמען א מאנומענט וועלכע שטייט אין דזשערסי סיטי, צו באעהרן די קרבנות פון א ברוטאלער שחיטה וואס איז פארגעקומען ביי דער צווייטער וועלט קריג, האט געברענגט אן אינטערנאציאנאלער שטורעם. די רעדע איז פונעם גרויסן מאנומענט וואס געפינט זיך נישט ווייט פונעם האדסאן ריווער אין דזשערסי סיטי, וואס ליגט דארטן אוועקגעשטעלט אפצוצייכענען די אומצאליגע פוילישע בירגער, אריינגערעכנט א גרויסע פראצענט אידן, וועלכע זענען אומגעקומען ביים טרויעריג-בארימטן "קאטין שחיטה" וואס האט פאסירט אין יאר 1940, ווען סאוועטישע ברוטאלע געהיימע פאליציי האבן דערמארדעט איבער צוואנציג טויזנט געכאפטע פוילישע בירגער, אריינגערעכנט פוילישע זעלנער, פאליציי אפיצירן און פילע אידן, אינעם קאטין וואלד אין מערב רוסלאנד. יעצט וויל מען אוועקפירן דעם מאנומענט צוליב א פארק פראיעקט, און פוילישע פאליטישאנס זענען ארויסגעקומען מיט א פארדאמונג.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל