דער וועטעראן סענאטאר, דזשאן מעקעין, האט אין די טעג ארויסגעגעבן א פרישן בוך פון זיינע מעמוארן, און האט געווידמעט טייל דערפון צו קריטיקירן פרעזידענט טראמפ און זיין אגענדע.

אינעם בוך שרייבט מעקעין, אז טראמפ האט פארנאכלעסיגט טראדיציאנאלע אמעריקאנער ווערטן און אנשויאונגען, מיטן אויסדרוקן סימפאטיע און שטיצע פאר דיקטאטורן. מעקעין טענה'ט אויך, אז דער פרעזידענט קען נישט  פארנעמען קיין קריטיק.

״חנופה מאכט אים פאר דיין פריינט און קריטיק פאר דיין פיינט,״ שרייבט מעקעין, וואו ער רייסט אויך אראפ דעם פרעזידענט אלס "פאטאלאגישער שקרן", אנווייזנדיג אז ״מען קען נישט וויסן ווען ער זאגט אמת און ווען ער זאגט ליגנט״.

דער 81 יעריגער מעקעין האט שוין אין דער פארגאנגענהייט געהאט עפנטליכע קריגערייען מיט׳ן פרעזידענט, און דורכאויס דעם קאמפיין האט טראמפ אוועקגעמאכט מעקעינ'ס העראאיזם אלס קריגס געפאנגענער, זאגנדיג ״איך גלייך ליבערשט אזעלכע וועלכע זענען נישט געפאנגען געווארן״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל