בעלגיע – א שרעקליכע טעראר אטאקע האט פאסירט נעכטן אין דער בעלגישער שטאט ליעזש, וואו א טעראריסט האט געשאסן און אומגעברענגט 3 מענטשן. די אטאקע האט זיך אנגעהויבן ווען דער טעראריסט, קוים געציילטע שטונדן נאכ'ן באפרייט ווערן פון טורמע פאר קליינליכע קרימינאליטעטן, האט גענומען א מעסער און געשטאכן צוויי פאליציי אפיצירן אין רוקן, און דאן האט ער געכאפט א גאן פון איינעם פון די אפיצירן, און זיי ביידע געשאסן און אומגעברענגט. ער האט דאן געשאסן א ציווילן 22 יעריגן פוסגייער צום טויט, בעפאר'ן אריינשטורעמען אין א סקול געביידע, וואו ער האט פארכאפט אן ארבעטער אלס משכון. נאך אפאר שעה האבן די פאליציי באוויזן אומצוברענגען דעם טעראריסט. די פאליציי זאגן אז די אטאקע איז געווען מאטיווירט פון איסלאמישער טעראר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל