דזשאקארטא – א מאקסימום סעקיוריטי טורמע אין אינדאנעזיע, וואו עס ווערן געהאלטן אונטער ארעסט צענדליגער פארדעכטיגטע מיטגלידער פון דעם לאקאלן אייסיס פליגל, איז נעכטן געווען די סצענע פון דראמא, ווען א גרופע פון די אייסיס ארעסטאנטן האבן געמאכט אן אויפשטאנד, פארכאפנדיג עטליכע טורמע וועכטער און קאנטער-טעראריזם אפיצירן אלס משכונות. די ארעסטאנטן האבן פארלאנגט אז מען זאל זיי לאזן זיך טרעפן מיט זייער פירער, דער אייסיס קאמאנדיר אמאן אבדוראכמאן, אבער די טורמע אויטאריטעטן האבן נישט געוואלט נאכגעבן, און דעריבער האבן די ארעסטאנטן פארכאפט די משכונות. עס האט אנגעהאלטן איבער צוועלף שעה, און איבערגעלאזט 6 פאטאליטעטן, ביז די ארעסטאנטן האבן זיך ענדליך אונטערגעגעבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל