42 סיריער בירגער וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין געפענגעניש דורך איסלאמישע רעבעלן, זענען באפרייט געווארן אלס טייל פון א אפמאך צווישן די אסאד רעזשים און די רעבעלן, אונטער וועלכע די רעבעלן האבן אויך אויפגעגעבן זייער קאמפ אין די שטעט ארום דמשק.

די משכונות, אין וועלכע עס געפינען זיך אויך פרויען און קינדער, זענען געהאלטן געווארן דורך די אל-קאידע אפיליאירטע גרופע זינט 2015, און די גרופע גרייט זיך צו ארויסלאזן נאך א גרופע פון נאך 40 משכונות וועלכע זענען נאך אין געפענגעניש.

אונטער דעם אפמאך, וועט די רעזשים ערלויבן פרייע באוועגונג פון די קעמפער וועלכע ווילן אנטלויפן צו די ראיאנען וועלכע זענען אונטער זייער קאנטראל, און אזוי אויך וועלן די רעבעלן ערלויבן ארום 5000 סיריער זיך ארויסציען פון די געגנטער וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך די איסלאמישע גרופעס.

דער אפמאך ווערט געשטיצט דורך רוסלאנד און איראן און העלפט אסאד צוריקבאקומען גענצליכע קאנטראל אויף דעם הויפטשטאט דמשק און ארומיגע געגנטער, אבער די יו.ען. און אנדערע ארגאניזאציעס קריטיקירן דעם אפמאך זאגנדיג אז עס איז אייגנטליכע א געצווינגענע טראנספער פון ציווילע בירגער פון איין ראיאן צום צווייטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל