שפיאנאזש אגענטורן איבער די וועלט גלייבן, אז דער וועלטס מערסט-געזוכטער פארשוין, דער גרונדער און פירער פון אייסיס, אבו-באקר אל-באגדאדי, געפינט זיך געשטראנדעט אין א שטח פון עטליכע צענדליגער מייל, וואס ווערט נאך קאנטראלירט דורך אייסיס אינעם דאר-אל-זאהר פראווינץ אין סיריע, ביי דער גרעניץ מיט איראק.

דער הויפט פון די איראקער שפיאנאזש אגענטורן האט נעכטן געזאגט פאר די פרעסע, אז מיט עטליכע טעג צוריק איז אפירגעקומען פרישע אינפארמאציע וועלכע באשטעטיגט אז אל-באגדאדי איז געזען געווארן צווישן די רעשטלעך אייסיס קעמפער אין סיריע, און האט אנגעדייטעט אז איראק ארבייט אויף א מיסיע אינאיינעם מיט סיריע, רוסלאנד און איראן צו כאפן דעם ארכי-טעראריסט.

א ווארטזאגער פאר די אמעריקאנער געשטיצטע ״סיריער-דעמאקראטישע פראנט״ רעבעלן האט אויך באשטעטיגט, אז ווי עס שיינט געפינט זיך אל-באגדאדי אין איינס פון די צענדליגער קליינע דערפלעך וואס זענען אויסגעשפרייט איבער די אכצן מייל פון דער מדבר-גרעניץ צווישן איראק און סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל