תל אביב – דער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, ביבי נתניהו, האט נעכטן, אויף א דראמאטישן פארנעם, באנייעט די געפארפולע התגרות מיט דעם איסלאמישן רעזשים אין איראן, ארויסשטעלנדיג א לענגערע פרעזענטאציע מיט באווייזן אז איראן האט ליגנט געזאגט פאר דער וועלט איבער אירע נוקלעארע וואפנס.

בילד

ביבי'ס פרעזענטאציע איז געווען באזירט אויף 100,000 איראנער רעגירונג דאקומענטן וואס מדינת ישראל האט געלייגט א האנט דערויף, און נתניהו האט שטאלצירט דערמיט, שטייענדיג פארנט פון אן אויסלייג פון עטליכע פאליצעס מיט דאקומענטן און אויסגעשטעלטע סי-די'ס וועלכע אנטהאלטן די דאקומענטן.

ווי מען זעט פון די דאקומענטן, האט איראן ווייטער אמביציעס אנצוהייבן עווענטועל אנטוויקלען פונדאסניי נוקלעארע וואפנס, כאטש יעצט פארמאגט זי טאקע נישט קיין נוקלעארע וואפנס און אויך נישט קיין אקטיווע פראדוקציע פון בארייכערטע אוראניום אדער אנדערע באשטאנדטיילן וואס פעלן זיך אויס דערפאר.

עס איז אבער אנגעוויזן געווארן, אז אלע זאכן וואס נתניהו האט ארויסגעשטעלט, זענען שוין פון לאנג באקאנט געווארן פאר'ן יו-ען, און עס איז בכלל נישט געווען קיין טייל פונעם נוקלעארן אפמאך אין יאר 15' אז מ'וועט נישט ערלויבן איראן אנצוהאלטן שטודיעס און פארשונגען איבער נוקלעארע וואפנס.

נתניהו האט געגעבן זיין רעדע אויף דער ענגלישער שפראך, וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אז ס'איז געווען בעיקר געצילט צו לייגן דרוק אויף פרעזידענט טראמפ, ער זאל זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן דיעל. טראמפ האט טאקע רעאגירט, זאגנדיג אז "מען וועט זען וואס ס'וועט פאסירן" מיט'ן דיעל.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל