אידישע וועטער באריכט


א גוטען, די זון איז יעצט אביסל ארויסגעקומען און עס טרוקענט זיך אביסעל אויס נאכמיטאג און ביינאכט. די פראנט בלייבט אבער שטעקען נאנט דערביי און ביי פרייטאג צופרי הייבט א שטורם אהן ארויפציקריכען אויפן פראנט.רעגן און שויערס וועלען זיך אנהויבען אין לעיקוואד און ארויפקומען צו אונז שפעטער אין טאג(די שווערסטע רעגן און פלאדינג בכלל וועט פאלן אין פלעצער סאוט און איסט פון די שטאט ווי לעיקוואד.)
רעגען מעגליך שווער וועט דעמאלטס פאלען שפעטער פרייטאג נאכמיטאג , פרייטאג צונאכטס און שבת בייטאג.
שפעטער שבת און מוצאי שבת ענדיגט זיך די רעגן אבער שויערס און טאנדערשטורמס זענען נאך גאנץ מעגליך.
זונטאג וועט זיין ווארעם און יומיד מיט שויערס אדער טאנדערשטורמס מעגליך ,בעסערע וועטער מיט טייל זון איז מעגליך ביי די צווייטע טאג יו״ט, מען קען אבער נישט אינגאנצען איגנארירען א מעגליכקייט פאר שויערס נאכמיטאג, דאס מאל ספעציעל אפסטעיט.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️57
פרייטאג -☁️/🌧?60
צונאכט-☔️55
שבת-☔️63
מוצש״ק-⛈60
זונטאג-🌦82
נאכט-⛈?62
מאנטאג-🌦?78
דינסטאג -🌦76
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג-🌤75

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌧56
פרייטאג -⛈58
צונאכט-🌧55
שבת-⛈72
מוצש״ק-⛈60
זונטאג-🌦82
נאכט-⛈?62
מאנטאג-🌦?78
דינסטאג -🌦76
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג-🌤75

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️54
פרייטאג -☁️/🌧?62
צונאכט-☔️52
שבת-☔️60
מוצש״ק-⛈58
זונטאג-🌦79
נאכט-⛈?58
מאנטאג-🌦?77
דינסטאג -🌦72
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג-🌤72




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל