וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעצייכנט די "מעמאריעל דעי" חאגע, ווען אמעריקאנער בירגער געבן עהרע און שעצונג פאר אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען, ספעציפיש די וועלכע זענען געשטארבן אין מלחמות. טראמפ האט אפגעשטאט א באזוך אינעם "ארלינגטאן נעשאנעל סעמעטערי", וואו עס ליגן טויזנטער וועטעראנען, און ער האט דארטן געגעבן א קורצע רעדע. שפעטער האט ער געשיקט א מעסעדזש אויף טוויטער, שרייבנדיג אז "די וועלכע זענען געשטארבן פאר אונזער לאנד, וואלטן געווען שטאלץ ווי גוט אונזער לאנד שטייט יעצט, מיט די בעסטע עקאנאמיע, נידריגסטע ארבעטסלאזיגקייט". ער איז דערפאר אראפגעריסן געווארן, ווייל ער האט געמאכט דעם חאגע אלס א פאליטישע געצייג פאר זיך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל