אין מאלאזיע איז נעכטן איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעמיער מיניסטער דער קאנטראוועסיאלער פירער, מאהאטיר מוכאמאד, נאכדעם וואס ער איז קעגן אלע ערווארטונגען ארויסגעקומען א שטארקע געווינער אין די לעצטע וואלן.

מוכאמאד, א גאר קאנטראווערסיאלע פיגור, האט געדינט פאר לאנגע יארן אלס פרעמיער מיניסטער פון מאלאזיע, ביז׳ן אפטרעטן פון אמט מיט 15 יאר צוריק. ער ווערט באשולדיגט דורך פילע אין דער מערב וועלט מיט׳ן שעדיגן דעם דעמאקראטישן סיסטעם פון מאלאזיע און איר פארוואנדלען אין א מוסולמעניש לאנד.

אצינד, אלט זייענדיג 92 יאר, האט ער זיך נאכאמאל געשטעלט אלס קאנדידאט, און טראץ די שוואכע שאנסן האט זיין פארטיי געוואונען מיט א שטוינענדער מערהייט און דערביי באקרוינט געווארן מיט׳ן טיטל ״דער וועלטס עלטסטער פירער״.

מוכאמאד איז מעגליך אויך דער עלטסטער מענטש אין דער היסטאריע צו געוואונען א פאליטישן פארמעסט. (ער איז מיט א יאר עלטער פון ראף האל, דער עלטסטער קאנגרעסמאן אין געשיכטע.)

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל