אין סענאט ווערט היינט אפגעהאלטן דער פארהער פאר זשינע האספעל, א לאנגיעריגע באאמטע אין די סי-איי-עי, וועלכע איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו איבערנעמען די פאזיציע פון מייק פאמפעאו אלס דירעקטאר פון די אגענטור.

האספעל קומט אבער אונטער קריטיק, צוליב איר אינסטרומענטאלע ראלע אין אנפירן באהאלטענע טורמעס איבער די וועלט, ספעציעל אין טיילאנד, וואו די סי-איי-עי האט זיך באנוצט מיט אומגעזעצליכע פייניגונגס מיטלען קעגן פארדעכטיגטע טעראריסטן.

ביי איר פארהער האט זי אויסגעדריקט חרטה אויף די מעטאדן, און געזאגט אז עס האט זיך געהאנדלט פון ״אויסטערליש שווערע אומשטענדן״, און פארשפראכן אז עס וועט נישט ווידער פאסירן אזעלכע זאכן אונטער איר פירערשאפט.

אבער ווי עס שיינט איז דא נאך איינער וואס האלט אז ער האט וואס צו זאגן איבער די פרשה, נעמליך דער ארכי-טעראריסט כאליד שעיך מוכאמאד, וועלכע ווערט באצייכנט אלס דער קאפשטיק אונטער די סעפטעמבער 11 אטאקעס.

כאליד שעיך מוכאמאד, וועלכע שמאכט אין די גוואטאנאמא בעי טורמע, האט אריינגעגעבן א ספעציעלע ביטע צום מיליטערישן געריכט, אין וועלכע ער זאגט אז ער האט קריטיש וויכטיגע אינפארמאציע איבער האספעל, און פארלאנגט אז סענאט זאל איבערקוקן פאר זי ווערט באשטעטיגט. 

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל