אלס טייל פון די שטייפערע ליניע קעגן אימיגראנטן, האט די אדמינסטראציע געמאלדן אז זי האט אראפגענומען האנדוראס פון די ליסטע פון לענדער וועלכע ווערן באטראכט אלס געפארפול זיך צו אומקערן, און דעריבער וועלן אלע האנדוראר בירגער וועלכע האבן באקומען צייטוויליגע אזיל-רעכט זיך דארפן אומקערן אהיים.

דער טויש אין פאליסי אפעקטירט איבער 57 טויזנט בירגער פון האנדוראס, וועלכע געפינען זיך אין אמעריקע אונטער א ספעציעלע פראגראם וואס האט אין 1999 ערלויבט צענדליגער טויזנטער צו קומען פון האנדוראס, נאכדעם וואס א שווערע האריקעין האט באטראפן דאס לאנד און אנגעזייט שווערע חורבנות.

די אויטאריטעטן אין האנדוראס האבן אויסגעדריקט באדויער איבער דעם באשלוס, זאגנדיג אז האנדורעס געפינט זיך אין א גאר שווערן צושטאנד, און עס איז אוממעגליך פאר די צענדליגער טויזנטער וואס וואוינען שוין ארום 20 יאר אין אמעריקע זיך צו צוריק איינגעלידערן אין האנדוראס אונטער די שווערע אומשטענדן.

די אדמינסטראציע זאגט אבער, אז צוליב די שוועריגקייטן גיט זי גיט פאר די פליטים אנדערטהאלבן יאר זיך צו גרייטן פאר די דעפארטאציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל