אלבאני – דריי רעפובליקאנער מיטגלידער אינעם ניו יארק סטעיט סענאט, האבן געמאלדן אז זיי וועלן נישט לויפן פאר ווידערוויילונג ביי די נאוועמבער וואלן. די אנטוויקלונג באדייט אז עס וועט זיין נאך גרינגער פאר דער דעמאקראטישער פארטיי צו פרובירן פארכאפן מער סטעיט סענאט זיצן אונטער זייער קאנטראל, מיט דער האפענונג אז זיי וועלן האבן א שטארקע מערהייט אין אלבאני צום נייעם יאר אין יאנואר יאר 2019. די דריי רעפובליקאנער זענען דעפיוטי מאיאריטעט פירער דזשאן דעפראנסיסקא פון סיראקיוז, דזשאן באנאקיק פון אראנדזש קאונטי (וועלכער רעפרעזענטירט אויך די שטאט קרית יואל) און קעיטי מארטשיאן פון העלפמאון. אלע דריי האבן געזאגט אז זיי רעטייערן פאר פריוואטע פאמיליע אורזאכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל