וואשינגטאן – פעדעראלע באאמטע זאגן, אז דערווייל האבן אויטאריטעטן פון פערצן סטעיטס געשיקט א ביטע צו באקומען פינאנציעלע הילף פון דער פעדעראלער רעגירונג, צו פארשטארקערן און פארבעסערן זייערע עלעקשאן סיסטעמען, צו זיין מער פארזיכערט קעגן העקערייען און וואל פעלשערייען, צו די בעפארשטייענדיגע מידטוירם וואלן אין נאוועמבער. קאנגרעס האט אין מערץ אוועקגעשטעלטע א פאנד פון 380 מיליאן דאלאר פאר דעם צוועק, און די סטעיטס וועלכע האבן דערווייל פארלאנגט די גרעסטע סומעס (צווישן 7 ביז 34 מיליאן דאלאר) זענען וואשינגטאן, אילינאי, ניו יארק און מאסעטשוסעטס. באאמטע זאגן אז זיי ערווארטן אז ביז יוני וועלן 40 סטעיטס שוין האבן געשיקט ביטעס פאר די געלטער, וואס ס'איז נישט זיכער אז ס'וועט זיין בכלל גענוג פאר יעדן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל