וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפיציעל געמאלדן דעם דאטום און דאס ארט וואו זיין היסטארישע שפיצן-קאנפערענץ מיט'ן צפון קארעאר פירער, קים יאנג אן, וועט פארקומען, און ווי טראמפ זאגט, וועט עס אפגעהאלטן ווערן אום יוני 12, דאס הייסט דינסטאג פ' קרח, אין לאנד סינגאפור. טראמפ האט געשריבן א מעסעדזש, "מיר וועלן ביידע פרובירן עס צו מאכן א ספעציעלע מאמענט פאר וועלט'ס פרידן".

די מעלדונג איבער די דעטאלן פונעם סאמיט, איז געקומען געציילטע שעה נאכדעם וואס טראמפ איז פערזענליך אראפגעפארן צו דער ענדרוס עירפארס באזע נעבן וואשינגטאן, וואו ער און וויצע פרעזידענט מייק פענס האבן אפגעווארט און באגריסט די דריי אמעריקאנער בירגער וואס צפון קארעא האט יעצט באפרייט פון געפענגעניש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל