אמווייניגסטנס 100 מענשטן זענען אומגעקומען און פילע הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן פון שווערע זאמד שטורעמס וועלכע האבן באטראפן באוואוינטע שטעט און דערפער אין דרום אינדיע.

דער שטורעם, וואס האט אויך אנגעברענגט שווערע שאדנס צו בעלי חיים, האט אומגעווארפן היימען און צעשטערט געביידעס.

רוב אומגעקומענע זענען אומגעקומען אינמיטן שלאף, ווען זייערע הייזער זענען צוזאמגעפאלן נאכ׳ן ווערן באטראפן פון די שטורעמס און אומגעווענליך שטארקע בליצן. א גרויס טייל פון די אומגעקומענע זענען פון ארימערע דערפער, וואו די הייזער ווערן געבויט פון מאראסט און ציגל און קענען נישט ביישטיין אזעלכע שטורעמס.

זאמד שטורעמס זענען א געווענליכע ערשיינונג אין די זומער חדשים, אבער זענען געווענליך אומשעדליך און ברענגען נישט קיין פאטאליטעטן. אויטאריטעטן זאגן אז די צאל פאטאליטעטן איז ערווארטעט צו שטייגן, און פרעמיער מיניסטער מאדי האט עס אנגערופן א נאציאנאלע טראגעדיע און פארשפראכן אז די רעגירונג וועט שענקן הילף פאר די געליטענע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל