אין בעפארשטייאונג פונעם זיבעציגסטן יארטאג פון מדינת ישראל'ס זעלבסשטענדיגקייט, האט די ארטיגע פרעסע פארעפנטליכט די רעזולטאטן פון אן אויספרעג וואס רעכנט אויס די גרעסטע אויפטוען וואס מדינת ישראל האט בייגעשטייערט פאר דער וועלט.

אויפ'ן ערשטן פלאץ איז אריינגעקומען דער 'כיפת הברזל' מיסיל-שיץ סיסטעם, וואס איז געווען דער ערשטער פון דעם סארט אויף דער וועלט. דער אזויגערופענער 'אייראָן דאָום' סיסטעם איז געמאכט צו באשיצן א לאנד קעגן ראקעט און מיסיל אטאקעס. אויסער'ן זיין דער ערשטער אזא סיסטעם, איז דער כיפת הברזל דערווייל אויך דער בעסטער און ווירקזאמסטער.

אויפ'ן צווייטן ארט איז אריינגעקומען דער פאפולערער 'וועיז' דזשי-פּי-עס סיסטעם, וואס האט אריינגעברענגט א נייעם באגריף אין דער וועלט פון נאוויגאציע סיסטעמס דורכ'ן פינקטליך פארזאגן די אמת'ע צייט ווילאנג א רייזע וועט געדויערן, ארייננעמענדיג אין חשבון נישט נאר דעם וועג נאר אויך דעם טראפיק פארקער. וועיז איז עטאבלירט געווארן אין 06' און זיך בליץ שנעל צעשפרייט אויף דער גאנצער וועלט, און עווענטועל אפגעקויפט געווארן דורך 'גוגל'.

אנדערע וויכטיגע דערפינדונגען זענען פארשידענע טעכנאלאגישע המצאות אין וואסער-רייניגונג טעכנאלאגיע, סייבער שיץ סיסטעמס, קאמפיוטער סאפטוועיר, און חידושים אין מעדיצין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל