אין אנבליק פון אן אויפקומענדער מעגליכקייט פאר די דעמאקראטן צוריקצונעמען די מערהייט אינעם סטעיט סענאט, האט גאווערנאר קאומא זיך געוואנדן צו סענאטאר שמחה פעלדער מיט א ביטע צו העלפן די פארטיי דורכצופירן דעם ציל.

קאומא'ס ביטע קומט אין א צייט ווען צוויי ספעציעלע סענאטאר וואלן אין דער סטעיט, אין וועלכע די דעמאקראטן האבן שאנסן צו געווינען צוויי זיצן, קענען העלפן די דעמאקראטן באקומען א 32-31 מערהייט אינעם סטעיט סענאט.

שמחה פעלדער איז א דעמאקראטישער סטעיט סענאטאר, אבער שטימט על פי רוב מיט די רעפובליקאנער, און דער גאווערנאר האט אפעלירט צו פעלדער אנצוהייבן שטימען מיט די דעמאקראטן כדי צו פארזיכערן די פארטיי מיט א מערהייט.

פעלדער האט געזאגט אז ער וועט די בקשה נעמען אין באטראכט, אבער נישט איידער די בעפארשטייענדע וואלן, וואס וועלן אפגעהאלטן ווערן אפריל 24, וועלן דורכגעפירט ווערן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל