אלבאני – דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי זאגט, אז ער וועט גאר אגרעסיוו נעמען זיין קאמף קעגן שטייער שווינדלערייען, אדער אפילו סתם טעותים אין שטייער דאקומענטן היי יאר. דינאפאלי זאגט אז ער האט שוין אפגעשטעלט איבער 24 מיליאן דאלאר אין סטעיט שטייער ריפאנדס, צוליב וואס די מענטשן האבן נישט געהאט אריינגעגעבן אויפריכטיגע אינפארמאציע. צווישן די פאלשע אינפארמאציע וואס דינאפאלי האט געכאפט ביי א סאך מענטשן, איז געווען דאס וואס מ'האט געשריבן אז מ'האט מער קינדער ווי מ'האט עכט, אדער אז מ'פארדינט ווייניגער ווי מ'פארדינט עכט. דער דעדליין אריינצוגעבן שטייער דאקומענטן איבער'ן לאנד איז מארגן דינסטאג, למספרם אפריל 17, און ס'איז וויכטיג צו געדענקען אז דינא דמלכותא דינא, און די זאכן זענען נישט קיין קינדער-שפיל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל