עס איז א פארנומענע וואך אין וואשינגטאן, צוויי טאג נאכדעם וואס דער פראנצויזישער פרעזידעט האט געענדיגט זיין מאיעסטעטישן באזוך אינעם הויפטשטאט האט היינט דארט געלאנדעט די דוישטע קאנצלערין אנגעלע מערקעל פאר א קורצע באזוך און א ספעציעלע סאמיט מיט פרעזידענט טראמפ.

עס איז די צווייטע באזוך פון די קאנצלערין אין וואשינגטאן, און ווי עס שיינט פארמאגן די צוויי פירער נארמאלע באציאונגען, טראץ וואס ביידע האבן אויסגעטוישט קענגזייטיגע קריטיק אין די פארגאנגענהייט.

איינע פון די ציהלן פונעם באזוך איז די האפענונג פון מערקעל און די אייראפעישע פירער אז מען קען איבערצייגן פרעזידענט טראמפ נישט צו אנולירן דעם איראנער אפמאך, אבער אויך נאך א רייע קריטיש וויכטיגע אנלעגנהייטן פאר אייראפע, אריינגערעכנט מער אמעריקאנער הילף מיט׳ן אפשלאגן די אגרעסיע פון פוטין און רוסלאנד קעגן אייראפעישע לענדער.

פרעזידענט טראמפ האט באגריסט די דוישטע קאנצלערין אויף טוויטער שרייבנדיג ״איך קוק פאראויס צו באגריסן די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל היינט, עס איז דא אזויפיל צו פארהאנדלן, און עס איז דא אזוי ווייניג צייט, עס וועט זיין געוואלדיג פאר אונזערע ביידע לענדער״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל