דייטשלאנד – די אויטאריטעטן אין דייטשלאנד האבן סוקסעספול באוויזן אפצושטעלן אן אטאקע פלאן אויפ'ן מאראטאן, וואס איז נעכטן פארגעקומען אין דער הויפטשטאט בערלין. די פאליציי האט ארעסטירט זעקס פארשוינען, וועלכע ווערן באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין א פלאן דורכצופירן א טעראר אטאקע אויף די מאראטאן לויפער און פארזאמלטע, און די אויטאריטעטן זאגן אז די זעקס קאאפערירן מיט די אויספארשער און פראקורארן. דער פירער פון דער באנדע, איז א נאענטער פריינט געווען מיט אניס אמרי, דער טוניזיער טעראריסט וועלכער האט דורכגעפירט די טויטליכע טראק אטאקע אויף א מארקעט אין בערלין אין דעצעמבער 16'.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל