אן עקזיסטירנדע געזעץ וואס דערלויבט נישט פילמירן מיליטערלייט דורכאויס קאמפן אן רשות וועט מעגליך באשטראפט ווערן מיט א טורמע טערמין.

א ניי געזעץ, געשטיצט דורך פארטיידיגונגס מיניסטער אביגדור ליבערמאן, וועט אויסשטעלן פארלעצערס פון דעם געזעץ צו פינף ביז צען יאר תפיסה, פאר'ן רעקארדירן סאלדאטן דורכאויס מיליטערישע אקטיוויטעטן.

דאס געזעץ פארשלאג צילט בעיקר צו באגרעניצן די טעטיגקייטן פון ראדיקאל-לינקע גרופעס, וועלכע פילמירן מיליטערישע אקטן און שיקן דערנאך ארום געשטיקלטע ווערסיעס פון דער רעקארדירונג, מיט'ן ציל צו באשמוצן מדינת ישראל איבער דער וועלט.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל