טעקסאס – די פאמיליע פונעם געוועזענעם אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש עיטש דאבעליו בוש, האט נעכטן געזאגט אז ער ערהוילט זיך צוביסלעך, נאכדעם וואס ער איז די וואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאכ'ן ליידן א שווערע אינפעקציע אין די בלוט. בוש, וועלכער איז 93 יאר אלט, איז אריינגעפירט געווארן איין טאג נאך דער באגרעבעניש צערעמאניע פון זיין פרוי, און איז צום ערשט אריינגעשטעלט געווארן אינעם "אינטענסיוו קעיר" אפטיילונג, זייענדיג אין א שווערן צושטאנד. למעשה האבן די באהאנדלונגען געווירקט, און נעכטן איז ער ארויסגענומען געווארן פון אינטענסיוו קעיר, און געפינט זיך אין א פשוט'ן שפיטאל-צימער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל