בענגלאדעש – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט געעפנט א ברייטע אויספארשונג אויף די באשולדיגונגען, אז דאס מיליטער אין מיאנמאר האט דורכגעפירט מאסן מארדן אויף די רוהינגא מוסולמענער, וואס האט געפירט דערצו אז צענדליגער טויזנטער רוהינגאס זאלן אנטלויפן צום דערנעבנדיגן בענגלאדעש. די אויספארשונג ווערט דורכגעפירט דורך א גרופע אמעריקאנער פארשער, וועלכע הערן דעטאלן פון רוהינגא פליטים אין א קעמפ אין בענגלאדעש, און ווי עקספערטן זאגן, וועלן די באווייזן וואס די פארשער זאמלען דארטן, גענוצט ווערן שפעטער אין אן אינטערנאציאנאלער "מלחמה פארברעכנס" אנקלאגע קעגן דעם מיאנמארער מיליטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל