פילאדעלפיע – סאוטוועסט עירליינס האט געשיקט פינף טויזנט דאלאר קעש, פאר אלע פאסאזשירן וואס האבן זיך געפונען אויפן פליגער וואס האט געמאכט די שרעקעדיגע עמורדזשענסי לאנדונג אין פילאדעלפיע. אויסער דעם האט די עירליין געשיקט טויזנט דאלאר אין וואוטשערס פאר צוקונפטיגע רייזעס וואס די פאסאזשירן וועלן בוקן מיט די עירליין. מיט דעם געלט, איז געווען בייגעלייגט א בריוו, אין וועלכע די עירליין שרייבט אז זיי האפן אז זיי וועלן נאכאמאל האבן א שאנס צו סערווירן די פאסאזשירן, און האפן זיי צופרידנצושטעלן אויפ'ן בעסטן פארנעם. מען הערט אבער אז עטליכע פאסאזשירן פלאנירן אריינצוגעבן לאוסוט אנקלאגעס קעגן סאוטוועסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל