נאכדעם וואס נעכטן זענען געווען באריכטן אז עס זענען געזען געווארן דייטשע קריגס שיפן וועלכע זענען אקטיוו אין די וואסער ארום סיריע האט די דייטשע פרעמיער מיניסטארשע אנגעלע מארקעל געזאגט אז דייטשלאנד וועט נישט דורכפירן קיין אטאקע אין סיריע טראץ די באווייזן אז די אסאד רעזשים איז געשטאנען אונטער די ברוטאלע כעמישע אטאקע וואס האט אומגעברענגט צענדליגע אומשולדיגע בירגער.

זי האט געמאכט די באמערקונגען ביי א פרעסע קאנפערענץ זאגנדיג אז טראץ וואס די אינטערנאציאנאלע געמיינדע האט נאכנישט באשלאסן וויאזוי צו רעאגירן צו די ברוטאלע אטאקע וועט דייטשלאנד זעלבסט נישט שפילן קיין ראלע אין אזא אטאקע, זי האט אבער געזאגט אז דייטשלאנד וועט שטיצן אזא אטאקע און וועט שטיין צו די זייט פון אמעריקע און אייראפע אויב וועט גענומען ווערן א באשלוס צו דורכפירן אן אטאקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל