ריאד – אנאנימע פערזענליכקייטן וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי א זיצונג צווישן דעם סאודי אראביע קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן און אנגלא-ציוניסטישע ארגאניזאציעס אין ניו יארק סיטי מיט א חודש צוריק, דערציילן יעצט אז בין סאלמאן האט זייער שארף אראפגעריסן די פאלעסטינער און ספעציפיש דעם פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס. לויט די אנאנימע קוועלער, האט דער סאודיער קרוין פרינץ געזאגט אז די פאלעסטינער זענען שולדיג וואס דערווייל איז נישטא קיין שלום אין מיטל מזרח, ווייל אין לויף פון די יארן האבן זיי אפגעווארפן פילע שלום פלענער און פארשלאגן וואס מען האט פאר זיי ארויסגעשטעלט. "די פאלעסטינער דארפן נעמען וואס מ'גיט זיי, אדער דארפן זיי זיך פארמאכן דאס מויל און אויפהערן זיך באקלאגן" – האט בין סאלמאן געזאגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל