מאסקווע – דער רוסישער אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, האט נעכטן געזאגט, אז רוסלאנד האט דערווייל נאכנישט געמאכט קיין ענדגילטיגן באשלוס צו זיי וועלן געבן די פארגעשריטענע "עס-300" מיסיל שוץ סיסטעמען פאר דעם סירישן מיליטער, אבער לעווראוו האט געזאגט אז רוסלאנד וועט בכלל נישט מאכן קיין סוד אויב זיי באשליסן למעשה עס יא צו געבן. לעווראוו האט צוגעלייגט, אז אויב מדינת ישראל וועט זיך וואגן צו אטאקירן די מיסיל שוץ סיסטעמען אין סיריע, "וועט דאס האבן קאטאסטראפאלע רעזולטאטן פאר אלע זייטן", נאך באריכטן אז מדינת ישראל וועט פרובירן עס צו פארניכטן.

אויב וועט רוסלאנד טאקע אריינשטעלן די עס-300 מיסיל שוץ אין סיריע, וועט דאס באדייטן אז זי האט 100 פראצענטיגן קאנטראל אויף די הימלען העכער סיריע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל