וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אין א מעסעדזש ארויסגעהויבן דעם פאקט אז ער שטייט זייער גוט אין די אנקעטעס, שרייבנדיג "נארוואס דערגרייכט צו פופציג פראצענט אין דער ראסמוסען אנקעטע, פיל העכער ווי פרעזידענט אבאמא איז געווען. מיט אלע פאלשע געשיכטעס און פעיק ניוז, איז עס שווער צו גלייבן! אדאנק אייך אמעריקע, מיר טוען געוואלדיגע זאכן".

אנאליסטן האבן ארויסגעהויבן אז די ראסמוסען אנקעטע איז טאקע גוטע נייעס פאר טראמפ, אבער עס איז אן אנקעטע וועלכע נייגט אייביג מער צו דער רעפובליקאנער זייט, און אויסער דעם ווען מען קוקט א דורכשניט פון אלע אנקעטעס, לויט די שאצונג פון "ריעל קלעיר פאליטיקס", זעט מען אז די דורכשניטליכע צופרידנהייט ראטע פון טראמפ איז 42.5 פראצענט, אין דער צייט וואס אבאמא'ס דורכשניט איז געווען 48 פראצענט.

טוויט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל