וואשינגטאן – די דעמאקראטישע פארטיי האט אריינגעגעבן א ברייטע אנקלאגע קעגן דער רוסישער רעגירונג, קעגן פרעזידענט טראמפ'ס קאמפיין און קעגן וויקיליעקס, באשולדיגנדיג אז די דריי האבן געארבעט אינאיינעם אין א קאנספיראציע צו באאיינפלוסן און שטערן די נארמאלע פראצעדורן פון די יאר 2016 פרעזידענט וואלן. אין דער אנקלאגע, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן אין פעדעראלן געריכט אין מאנהעטן, באשולדיגן די דעמאקראטן אז הויכראנגיקע טראמפ קאמפיין באאמטע האבן קאנספירירט מיט רוסישע רעגירונג באאמטע און איר מיליטערישע שפיאנאזש אגענטור, צו טשעפען פרוי קלינטאן און דורכדעם בייגן די וואלן אין ריכטונג פון טראמפ. ספעציפיש ווערט אויסגערעכנט אין דער אנקלאגע די נעמען פון דאנאלד טראמפ דזשוניאר, טראמפ ראטגעבער ראדזשער סטאון און טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל