דער נייער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דשאן באלטאן האט נעכטן אנגעהויבן דינען אויף די פאזיציע אין ווייסן הויז, און די ערשטע באשלוס מיט וואס ער וועט זיך דארפן באפאסן איז די פראגע אויב און וויאזוי אמעריקע זאל רעאגירן צו די לעצטע כעמישע אטאקע אין סיריע וועלכע האט אומגעברענגט צענדליגע ציווילע בירגער.

באלטאן ווערט באטראכט אלס א מיליטעריסטישער פערזאן וועלכער שטיצט מיליטערישע אקטיוויטעטן פון אמעריקע איבער די וועלט, און איז אויך באקאנט מיט זיין אויסגעשפראכענע קעגערנשאפט צו די איראנער נוקלערארער אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן אונטער די אבאמא אדמינסטראציע.

די איראנער רעגירונג וועלכע איז באוואוסטזיניג איבער די איינפלוס וואס באלטאן וועט האבן אויף די אדמיניסטראציע האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זי ווארנט איבער די פאלגן וואס אן אנעלירונג פונעם אפמאך וועט האבן, און איבער גאר שארפע שריט וואס איראן וועט נעמען אלס רעאקציע.

דער איראנער פרעזידענט האט אין א רעדע געזאגט אז ״איראן איז פארפליכטעט צום אפמאך, אבער אויב אמעריקע וועט איר אנולירן וועלן מיר רעאגירן מיט מאכט, און אמעריקע וועט שפירן די פאלגן אין ווייניגער ווי א וואך״ אבער ער האט נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער וואספארא סארט רעאקציע ער רעדט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל