פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט א באריכט פונעם ״וואשינגטאן פאוסט״, אז ער האט געשיקט סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעאו פאר א געהיימע מיסיע קיין צפון קארעא, זיך צו טרעפן מיט׳ן דיקטאטור קים יאנג אן צוצוגרייטן דעם באדן פאר א סאמיט צווישן די צוויי פירערס.

דער באזוך איז פארגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכדעם וואס פאמפעאו איז נאמינירט געווארן אלס סעקערטערי אף סטעיט, און לויט די באריכטן האט ער באקומען א קלארע צוזאג פון די פירערשאפט אין נארט קארעא אז זיי זענען גרייט זיך צו אנטוואפענען פון זייערע נוקלעארע וואפן אין אויסטויש פאר פארשידענע באדינגונגען.

דער פרעזידענט האט געשריבן אויף טוויטער, ״מייק פאמפעאו האט זיך געטראפן מיט קים יאנג אן, די זיצונג איז געגאנגען זייער געשמירט און עס האט זיך אויפגעבויט א גוטע פארבינדונג. דעטאלן איבער די סאמיט ווערן יעצט אויסגעארבייט. דע-נוקלעאריזאציע וועט זיין א גוטע זאך פאר די וועלט אבער אויך גאר גוט פאר נארט קארעא״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל