וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ וועט אויפטוישן וואשינגטאן די-סי מיט מישיגען קומענדיגע וואך, ווען ער וועט זיך נישט באטייליגן ביים יערליכן "ווייסער הויז קארעספאנדענט'ס דינער", און אנשטאט וועט ער אויפטרעטן ביי א ראלי. עס איז נישט איבערראשנד אז טראמפ וויל נישט אנטיילנעמען ביים קארעספאנדענט'ס דינער, נעמענדיג אין באטראכט די אנגעצויגענע באציאונגען צווישן טראמפ און די מידיא, וואס מ'האט געזען שבת ארויסשטארן ביי טראמפ'ס שארפע אטאקעס קעגן די ניו יארק טיימס זשורנאליסטקע מעגי האבערמאן, וועמען ער האט באצייכנט אלס "א דריטע ראטע רעפארטער".

אויך פאראיאר האט ער נישט אנטיילגענומען ביים דינער, און היי יאר זאגט דאס ווייסע הויז אז טראמפ וועט פארן קיין מישיגען און אפהאלטן א ראלי מיט זיינע שטיצער, אין דער זעלבער צייט וואס דער דינער וועט פארקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל